current location : Lyricf.com
/
/
זאָג ניט קיין מאָל [Zog Nit Keynmol] [Russian translation]
זאָג ניט קיין מאָל [Zog Nit Keynmol] [Russian translation]
turnover time:2024-07-01 11:08:34
זאָג ניט קיין מאָל [Zog Nit Keynmol] [Russian translation]

זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,

כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג.

קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –

ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט: מיר זײַנען דאָ!

פֿון גרינעם פּאַלמענלאַנד ביז ווײַסן לאַנד פֿון שניי,

מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי,

און וווּ געפֿאַלן ס׳איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט,

שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבֿורה, אונדזער מוט!

ס׳וועט די מאָרגנזון באַגילדן אונדז דעם הײַנט,

און דער נעכט וועט פֿאַרשווינדן מיט דעם פֿײַנט,

נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דער קאַיאָר –

ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור.

דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט, און מיט בלײַ,

ס׳איז ניט קיין לידל פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרײַ,

דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט

דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט.

טאָ זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,

כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג.

קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –

ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט: מיר זײַנען דאָ!

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by
Show More Comments
Hirsch Glick
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, German
  • Genre:Folk
  • Wiki:http://en.wikipedia.org/wiki/Hirsh_Glick
Hirsch Glick
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved