current location : Lyricf.com
/
Songs
/
רײזעלע [Reizele] [Transliteration]
רײזעלע [Reizele] [Transliteration]
turnover time:2024-09-28 10:19:22
רײזעלע [Reizele] [Transliteration]

שטייט זיך דארט אין געסעלע

שטיל פֿארטראכט א הייזעלע,

דרינען אויפֿן בוידעם-שטיבל

וווינט מײן טייער רייזעלע.

יעדן אוונט פֿארן הײזל

דריי איך זיך ארום,

כ´גיב א פֿייף, און רוף אויס : רייזל,

קום, קום, קום!

עפֿנט זיך א פֿענצטערל,

וואכט אויף ס´אלטע הייזעלע,

און באלד קלינגט אין שטילן געסל

א זיס קול, ס´רעדט רייזעלע :

- נאך א ווײלע ווארט, מיין ליבער,

באלד וועל איך זיין פֿריי,

גיי זיך נאך א פאר מאל איבער -

איינס, צוויי, דריי !

גיי איך מיר א פֿריילעכער,

זינג און קנאק מיר ניסעלעך,

הער איך אויף די טרעפלעך שפרינגען

אירע דראבנע פֿיסעלעך,

שוין אראפ פֿון לעצטן טרעפל,

כ´נעם זי ליב ארום,

כ´גיב איר שטיל א קוש אין קעפל -

קום, קום, קום !

- כ´וויל דיך בעטן, דודל,

זאלסט ארויף נישט פֿייפֿן מער.

- הערסט, ער פֿייפֿט שוין - זאגט די מאמע,

זי איז פֿרום, ס´פֿאדריסט זי זייער,

פֿייפֿן, זאגט זי, איז נישט ײידיש,

ס´פאסט נאר בלויז פֿאר זיי…

גיב א צייכן פראסט אויף ײידיש -

איינס, צוויי, דריי !

- כ´וועל פֿון היינט נישט פֿײפֿן מער,

דרויף גיב איך א שבֿועהלע -

דיר צוליב וועל איך אפֿילו

ווערן פֿרום, מײן צנועהלה,

כ´וועל זײן ווען דו ווילסט נאר, רייזל,

ווי דײן מאמע פֿרום,

יעדן שבת גיין אין קלייזל -

קום, קום, קום !

- כ´גלייב עס דיר, מײן ליבינקער,

און דערפֿאר דיר, דודל,

שטריק איך א שיין תפילין-זעקל

מיט א מגן-דודל,

ווען געפֿעלן ס´וועט אין קלייזל,

זאגן זאלסטו זיי:

- ס´האט געשטריקט מיין ליבע רייזל -

איינס, צוויי, דריי !

- כ´דאנק פֿאר דײן מתנה´לה,

כ´ליב אזוי דיך, רייזעלע !

כ´ליב דײן מאמען, כ´ליב דאס געסל,

כ´ליב דאס אלטע הײזעלע,

כ´ליב די שטיינדלעך לעבן הייזל -

טרעטסט אויף זיי ארום,

הער, דײן מאמע רופֿט שוין: רייזל,

קום, קום, קום !

גיי איך מיר א פֿריילעכער,

זינג און קנאק מיר ניסעלעך,

הער איך אויף די טרעפלעך לויפֿן

אירע דראבנע פֿיסעלעך -

ווידער שטייט פֿארטראכט דאס הײזל,

ס´געסל - ווידער שטום.

קום צו מיר אין חלום, רייזל,

קום, קום, קום !

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by