אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער אייַנגבויגן;
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן:
דרייַ קיין מזרח, דרייַ קיין מערב,
און דער רעשט קיין - דרום,
און דעם בוים געלאָזט אַליין
הפֿקר פֿאַרן שטורעם.
זאָג איך צו דער מאַמע : "הער,
זאָלסט מיר נאָר נישט שטערן,
וועל איך, מאַמע, איינס און צוויי
באַלד אַ פֿויגל ווערן".
"איך וועל זיצן אויפֿן בוים
און וועל אים פֿאַרוויגן,
איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט,
מיט א שיינעם ניגון".
זאָגט די מאַמע : "ניטע, קינד",
און זי וויינט מיט טרערן.
"קענסט חלילה אויפֿן בוים
מיר פֿאַרפֿרוירן ווערן".
זאָג איך : "מאַמע, ס´איז אַ שאָד
דייַנע שיינע אויגן" -
און איידער וואָס, און איידער ווען,
בין איך מיר אַ פֿויגל.
וויינט זי מאמע : "איציק קרוין,
נעם, אום גאָטעס ווילן,
נעם כאָטש מיט א שאַליקל,
זאָלסט זיך נישט פֿאַרקילן.
די קאַלאָשן נעם דיר מיט,
ס´גייט אַ שאַרפֿער ווינטער -
און די קוטשמע טו דיר אָן,
וויי איז מיר, און ווינד מיר.
און דאָס ווינטער-לייבל נעם,
טו עס אָן, דו שׁוטה,
אויב דו ווילסט נישט זייַן קיין גאַסט
צווישן אַלע טויטע".
כ´הויב די פֿליגל - ס´איז מיר שווער,
צו פֿיל, צו פֿיל זאַכן,
האָט די מאַמע אָנגעטאָן,
דעם פֿייגעלע דעם שוואַכן.
קוק איך טרויעריק מיר אַרייַן
אין דער מאַמעס אויגן -
ס´האָט איר ליבשאַפֿט נישט געלאָזט
ווערן מיך אַ פֿויגל..
אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער אייַנגעבויגן,
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן.