און די הייליגע גמרא מסכתא תענית כ"ב ע"א
געט'ס א קוק
רבי ברוקא חוזאה איז ארויס לשוק
דארט ביים ברעטל,
א גאסט און שטעטל
עבר בשוק בסברתו
והנה אליהו הנביא לקראתו
אה ... שלום עלייך רבי ומורי
אליהו הנביא
איך זוך ארום
צווישען אלע סוחרים
איך קוק אהין און צוריק
אינעם גרויסן שוק
אליהו הנביא געב אויך א בליק
ווער איז דא, ווער איז דא
א בן עולם הבא
עולם הבא עולם הבא ...
עולם הבא עולם הבא ...
ווער איז דא א בן עולם הבא
מי הוא זה ואיזהו
דער גליקלעכער ווי טרעף איך ווי
במהרה יבוא אלינו
אדהכי והכי אתו הנך תרי
אליהו הנביא ווייזט אן אויף זיי
פתח אליהו, זעה די צוויי
אידעלעך וואס קומען דא -
די צוויי זענען, מזומן, לחיי העולם הבא.
עולם הבא עולם הבא ...
עולם הבא עולם הבא ...
ווער איז דא א בן עולם הבא
הרחמן יזכנו לימות המשיח ולחיי העולם הבא
רבי ברוקא גייט צו
ער פרעגט די צוויי אמר להו
טייערע אידעלעך בני חביבי
מיט וואס זענט איר זוכה
צו די מתנה די הויכע
גיבט'ס מיר א קלארע תשובה
אמרו ליה ענטפערן זיי
אינשי בדוחי אנן
ווען א איד בכל קצוות
נעבעך בעצבות
מכאן ואילך, מאכן פריילעך
אינשי בדוחי אנן...
מיר זענען בדחנים מיר מאכן פריילעך מענטשן
זקן ונער, זאל נישט זיין בצער
און דערפאר, איז דאס די שכר
עולם הבא עולם הבא
ווען מיר טוען וויסן, איינער פארביסן
ליידער טרערן גיסן, מיר זענען דא
די בני עולם הבא ...
עולם הבא עולם הבא ...
עולם הבא עולם הבא ...
ווער איז דא א בן עולם הבא
הרחמן יזכנו לימות המשיח ולחיי העולם הבא
א אידיש קינד האט איין ציל
יעדער בעט און א יעדער וויל
מ'זוכט צו זיין א בן עולם הבא
סגולות תפילות, פיל פעולות, פארן עילת העילות
זוכה זיין און צו זיין א בן עולם הבא
נעם די פשוטע עצה,
בנפש חפיצה
ווען א איד'ל איז צובראכן
און זיין ביטערקייט ליידער פארקראכן
נוץ אויס יעדע חוש
זיין טרערעל'ע וויש
הער נישט אויף
און הייב איהם אויף
למען אחי ורעי
מוז מען זיין געטריי
און ווען ער גיבט זיין שמייכל
און הימל בויעט מען דיין היכל
די היכל פון עולם הבא
געב א טראכט ס'איז אזוי לייכט
לאז נישט נאך ביז ער לאכט
און דו זעהסט זיין פנים שיינט און לייכט
זקן ונער, זאל נישט זיין בצער
און דערפאר איז דאס די שכר
עולם הבא עולם הבא
ווען מיר טוען וויסן, איינער פארביסן
ליידער טרערן גיסן, מיר זענען דא
די בני עולם הבא ...
עולם הבא עולם הבא ...
עולם הבא עולם הבא ...
איך וויל זיין א בן עולם הבא
הרחמן יזכנו לימות המשיח ולחיי העולם הבא
ונזכה ונחיה ונראה ונירש טובה וברכה
לשני ימות המשיח ולחיי העולם הבא
ונזכה ונחיה