אַ יאָר שױן מלחמה
װי שרעקלעך װי גרױס
װי לעבט מען דאָס איבער
װי האַלט מען דאָס אױס.
אַ יאָר פֿון רדיפֿות
פֿון צרות פֿון פּײַן
װאָס װעט פֿון אונדז װערן
װאָס װעט פֿון אונדז זײַן.
אומזיסט אונדזער בעטן
ס׳דערגרײַכט נישט גאָטס צעלט
דער הימל פֿאַרשלאָסן
װי דאָס האַרץ פֿון דער װעלט.
דער הימל פֿאַרשלאָסן
און מרהדיק שװאַרץ
עס הײבן אָן ספֿקות
צו נאָגן מײַן האַרץ.
עס הײבן אָן ספֿקות
אַנטפּלעקן דעם סוד
נישטאָ מער קײן יושר
נישטאָ מער קײן גאָט.
קײן שטיקל נחמה
נאָר צרות און פּײַן
װאָס װעט פֿון אונדז װערן
װאָס װעט פֿון זײַן.