current location : Lyricf.com
/
/
!מינוטן פֿון בּטחון [Minutn fun bitokhn!] lyrics
!מינוטן פֿון בּטחון [Minutn fun bitokhn!] lyrics
turnover time:2024-10-06 11:13:32
!מינוטן פֿון בּטחון [Minutn fun bitokhn!] lyrics

ייׅדן! זאָל זײַן פֿרײלעך!

שױן נישט לאַנג, איך האָף

ס'עקט באַלד די מלחמה,

עס קומט באַלד זײער סוף.

פֿרײלעך! נאָר נישט זאָרגן

און נישי אַרומגײן טריב

האָט געדולד, בּטחון

און נעמט אַלץ אָן פֿאַר ליב.

נאָר געדולד, בּטחון

נישט לאָזט אַרױס פֿון האַנט

אונדזער אַלט כּלי־זיין

װאָס האַלט אונדז נאָך בײַנאַנד

הוליעט, טאַנסט תּלינים!

שױן נישט לאַנג, איך האָף;

געװען אַמאָל אַ המן,

עס װאַרט אװף אײַך זײַן סוף.

הוליעט, טאַנסט תּלינים!

לײַדן קען אַ ייִד,

ס'װעט די שװערסטע אַרבעט

אונדז קײן מאָל מאַכן מיד.

קערן? זאָל זײן קערן!

כּל־זמן איר װעט זײַן,

איז אומזיסט דאָס קערן,

ס'װעט דאָ נישט װערן רײַן.

װאַשן? זאָל זײַן װאַשן!

קינס רױטער פֿלעק

הבלס בלוט פֿון האַרצן

דאָס װאַשט זיך נישט אַװעק.

טרײַבט אונדז פֿון די דירות!

שנײַדט אונדז אָפ די בערד!

ייׅדן! זאָל זײַן פֿרײלעך,

מיר האָבן זײ אין ד'ר ערד...

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by