current location : Lyricf.com
/
Songs
/
די באַלאַדע פון דעם כלה–שלייער lyrics
די באַלאַדע פון דעם כלה–שלייער lyrics
turnover time:2024-12-23 15:15:38
די באַלאַדע פון דעם כלה–שלייער lyrics

מיטן–נאַכט האָט אויסגעקלונגען

.צוועלף שאַרֿפע, שוואַרצע קלאַנגען

— וויינט דאָס בלייכע ּכלה–מיידל

?ווער וועט מיר דעם שלייער שּפינען„

!“ס’איז מיַין פאָדעם אויסגעגאַנגען

.עֿפנט זיך די טיר פאַמעלעך

זיבן זקנות, שטילע בלייכע

,הינקען טיף אין שטוב אַ ריַין

: — אויגן — אָוונט–שאָטנס ווייכע

,לאָז ניט דיַינע טרערן רינען"

וועלן מיר דיַין שלייער שּפינען

.“מיט די האָר די זילבער–וויַיסע

וועבן קרומע באָבע–ֿפינגער

.וויַיסע האר אַריַין אין שלייער

ֿפינקלען זייערע טונקעלע אויגן

.מיט אַמאָ דנעם קילן פיַיער

פאַלט אַשאָטן אויף דער שויב

.ֿפון אַ ֿפרעמדן וויַיטן גייער

,צאַנקט דער געלער שיַין ֿפון לעמּפל

:זיבן זקנות זיצן, שּפינען

ערגעץ פאָכעט שוין אַ ֿפליגל

.ס’אָטעמט מיט באַגינען

.“זיַי געזונט, מיר מוזן גייען„

ס’ליגט דער שלייער וויַיס, ווי שנייען

.אויֿפן טיש און ציטערט, ציטערט

און ביַים שיַין ֿפון מאָרגנשטערן

שטייט דאָס מיידל פאַרן שּפיגל

און ס’ֿפאָכעט קיל דער שלייער

מיט צוויי וויַיסע טויטע פליגל

.בלאָער פלעקן זיך די שויבן

.און די פלעקן שּפריצן פיַיער

און דאָס מיידל וועט אַלץ בלייכער

.וויַיס און וויַיסער ווי דער שלייער

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by
Show More Comments
Itzik Manger
  • country:Israel, Romania
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzik_Manger
Itzik Manger
Latest update
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved