.איך בין אַ קליינער דריידל, געמאַכט בין איך פון בלײַ
.קומט לאָמיר אַלע שפּילן, אין דריידל – איינס, צוויי, דרײַ
.אוי, דריידל, דריידל, דריידל, אוי, דריי זיך, דריידל, דריי
.טאָ לאָמיר אַלע שפּילן, אין דריידל, איינס און צוויי
.און איך האָב ליב צו טאַנצן, זיך דרייען אין אַ ראָד
.טאָ לאָמיר אַלע טאַנצן אַ דריידל-קאַראַהאָד
.אוי, דריידל, דריידל, דריידל, אוי, דריי זיך, דריידל, דריי
.טאָ לאָמיר אַלע שפּילן, אין דריידל, איינס און צוויי