current location : Lyricf.com
/
Songs
/
לעמעלע [Lemele] lyrics
לעמעלע [Lemele] lyrics
turnover time:2024-09-28 06:18:22
לעמעלע [Lemele] lyrics

און אט איז האלץ און אט עקידה

און אט איז חלף אויך שוין דא

אויף קרבן גרייט מיר ווארטן ביידע

נאר לעמעלע איז נאך נישטא

און אט איז זון - אה ברוסט צום זייגן

און אט איז טאג נאך יונג און בלא

און קיינער וויל פון אונדז זיך לייגן

און לעמעלע איז נאך נישטא

און קיינער וויל פון אונדז אהיימגיין

און קיינער וויל נישט בלייבן דא

און קיינער קען פון אונדז נישט גרייט זיין

און לעמעלע איז נאך נישטא

און אט איז שטריק און קיש אויף ביינער

און אט איז זאק אויף טלא און קלא

און אט איז פייער שוין געלעגט אויף שטיינער

און לעמעלע איז נאך נישטא

און אט איז באלד שוין טאג פארגאנגען

און אט איז נאכט א שווארצע קרא

און מיר מיר זענען אויך פארגאנגען

און לעמעלע איז אלץ נישטא

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by