current location : Lyricf.com
/
Songs
/
חוה און דער עפּלבוים [Khave un der eplboym] [English translation]
חוה און דער עפּלבוים [Khave un der eplboym] [English translation]
turnover time:2024-12-23 15:14:00
חוה און דער עפּלבוים [Khave un der eplboym] [English translation]

חוה שטײט פֿאַרן עפּלבױם.

דער זונפֿאַרגאַנג איז רױט,

װאָס װײסטו, מוטער חוה, זאָג,

װאָס װײסטו װעגן טױט?

דער טױט דאָס איז דער עפּלבױם

װאָס בײגט די צװײַגן מיד.

דער אָװנט־פֿױגל אױפֿן בױם

װאָס זינגט זײַן אָװנטליד.

אָדם איז אַװעק פֿאַר טאָג

אין װילדן װאַלד אַלײן.

אָדם זאָגט: „דער װאַלד איז װילד

און יעדער ,װילד׳ איז שײן“.

נאָר זי האָט מורא פֿאַרן װאַלד.

זי ציט צום עפּלבױם.

און קומט זי נישט צו אים צו גײן,

קומט ער צו איר אין טרױם.

ער רױשט און בײגט זיך איבער איר.

זי הערט דאָס װאָרט „באַשערט“.

פֿאַרגעס װאָס „ער“ דער גרױסער „דער“,

װאָס ער האָט דיר פֿאַרװערט.

און חוה רײַסט אַן עפּל אָפּ

און פֿילט זיך מאָדנע גרינג,

זי קרײַזט פֿאַרליבט אַרום דעם בױם,

װי אַ גרױסער שמעטערלינג.

און „ער“, װאָס האָט דעם בױם פֿאַרװערט,

ער זאָגט אַלײן: „ס׳איז שײן“,

און האַלט נאָך אױף אַ רגע אױף

דאָס גרױסע זונפֿאַרגײן.

דאָס איז דער חלום יעדע נאַכט,

טאָ, װאָס זשע איז די װאָר?

און חוה פֿילט װי ס׳טרערט דער בױם

אַראָפּ אין אירע האָר.

„װײן נישט, שײנער עפּלבױם,

דו רױשסט און זינגסט אין מיר

און דו ביסט שטאַרקער פֿונעם װאָרט

װאָס װאָרנט מיך פֿאַר דיר“.

און חוה נעמט דעם עפּלבױם

מיט בײדע הענט אַרום,

און איבער דער קרױן פֿון עפּלבױם

ציטערן די שטערן פֿרום...

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by
Show More Comments
Itzik Manger
  • country:Israel, Romania
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzik_Manger
Itzik Manger
Latest update
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved