current location : Lyricf.com
/
Songs
/
יא. געדענקסט? [k. gedenkst?] [German translation]
יא. געדענקסט? [k. gedenkst?] [German translation]
turnover time:2024-11-29 17:34:19
יא. געדענקסט? [k. gedenkst?] [German translation]

כ́האָב ליב דיך רופן ביי דיין נאָמען, כ́האָב ליב אַרויסזאָגן אים: חנה́לע! כ́האָב ליב

צו דיר זיך ווענדן נאָך דיין אַוועקגענומען ווערן מיט מיין פאָלק. דו ענטפערסט מיר, דו שענקסט

דיין בליק פון דיינע אויגן מיר די ליכטיקע, דיין אומעטיקן גוטן שמייכל אויף דיין ליפּ,

כ́האָב ליב דיך רופן אין מיין איינזאַם זיין, אין עלנט מיינעם פרעגן דיך: געדענקסט?

געדענקסט? כ́האָב ליב דיך פרעגן צי געדענקסטו? חנה́לע, אָ, קום, קום נענטער צו מיר צו,

לייג אויפן אַקסל מיר דיין הערלעכן דיין קאָפּ און דיינע האָר די שװאַרצע מיטן װייסן שרונט -

נעם אין אָרעמס מיך, באַלעב מיך, שטאַרק מיך... כ́האָב דיך אַרויסגערופן פון דיין רו,

רו ניט, חנה́לע, אָ ניט פאַרהיילט זאָל ווערן אין פאַרגעסנהייט די אייביקע די וואונד.

זעץ מיט מיר אַוועק זיך, איך האָב דאָך ליב אַזוי דיך... אין מיין ליבע געוואַלדיק, הער מיך וואָס איך זאָג,

דו הערסט! דו הערסט! באָגליקסט אין גרויסן אומגליק מיך, מיין חנה́לע, מיין פרוי!

אין גרויסן וויי אין אונדזערן, אין אויפהערן , באַפרוכט איך דיך פאַר אַלע וועלטן - טראָג

די פרוכט פון אָנקלאָג ווי מיינע זין אין דיר, טראָג, פאַרטראָג אין אַלע וועלטן זינדיק, רוי און גרוי! ...

געדענקסט דאָס גרויזאַמסטע! דאָס שוידערלעכסטע, דאָס אומברחמנותדיקע אויף דער וועלט?

געדענקסט? איך ווייס אַז דו געדענקסט, דו האָסט אין אַלע אייביקייטן מיטגענומען עס -

דו און מיינע זין, איר וועט געדענקען אייביק אים, דעם מאָרד פון אייער פאָלק און וועגן דעם פאַרגעלט,

איך אויך! איך וויל́ס אויך און האָב אַלץ מורא - ס́זאָל די שעה ניט זיין - און איך פאַרגעס ...

איך האָב שטענדיק זיך אויף דיר פאַרלאָזן, מערער ווי אויף זיך אַליין, װי כ́וואָלט

געווען דיין מעדיום, ווי כ́וואָלט פולבראַכט דיין היימלעכן באַפעל, געטאָן וואָס דו פאַרלאַנגסט -

האָסט חובות שווער אויף מיר אַרויפגעלייגט, כ́האָב אַלע זיי מיט ציטער און מיט פרייד באַצאָלט:

כ́האָב ליב געהאַט מיין פאָלק, געווען מיט אים אין גלות, געזונגען אים אין האָפנונג און אין אַנגסט.

געדענקסט דאָס הויז אויף טוואַרדאַ, דאָס הויז אין קליינעם געטאָ, דאָס יתומים־הויז?

די פופציק יינגעלעך? געזונט אַ שטאַם! איך האָב פאַר זיי געשריבן אַ טעאַטער־שפּיל,

געדענקסט די קינדער אין "מיך ציט אין גאַס!" ? זיי זענען שפּילעוודיק געוואָקסן, אויסגעוואָקסן גרויס,

מיט זיי מיין ווערק... זיי האָבן מער ווי איך דאָרט האַרץ אַריינגעלייגט און מער געפיל ...

געדענקסט דעם טאָג: מען האָט אונדז אָנגעזאָגט: זיי אויך! מען האָט אַוועקגעפירט אויך זײ,

צוזאַמען מיט דאָמבראָווסקין און זיין פרוי - זייערע צוויי לערער טרייע - מיינע פריינט.

כ́בין אַװעק באַלד צו דער בריק אויף כלאָדנאַ, איך האָב דיר ניט געזאָגט וואוהין איך גיי...

אין קליינעם געטאָ זענען הינט אַרומגעלאָפן נאָך און קעץ, די זון האָט נאָך געשיינט.

יידן האָב איך אין דעם קליינעם געטאָ ניט געטראָפן שוין, וואו ניט וואו האָב איך געזען

אַ שאָטן שלייכן מיט אַ זאַק גרויס אויפן רוקן, אַדאַנק דעם זאַק האָב איך זיך אָנגעשטויסן אַז עס איז אַ ייד.

ער איז געגאַנגען שנעל, דער זאַק האָט צוגעהאָלפן אים, אים צוגעשטופּט: גיי! גיי! ... עס איז געשען!

ניטאָ שוין, ניט די אייזן־גאַס, ניט גזשיבאָוו, ניט קראָכמאַלנע, ניט וואַליצאָוו און ניט די טוואַרדאַ, אויס! שוין אױס יאַריד!

איך בין אַריין פון טשעפּלאַ אויף דער טוואַרדאַ, פאַרנומען לינקס זיך - טוואַרדאַ זיבן, כ́פלי, אַ פייל

פון בויגן, אין דעם טויער און אויף די טרעפּ, טוז אויפן צווייטן שטאָק - אַן אָפענע די טיר!

איך בין געשטאַנען און געוואָלט, געוואָלט, געוואָלט און ניט געקאָנט אַריין אַ היפּשע ווייל,

ניט געקאָנט די שוועל אַריבערטרעטן, כ́בין געשטאַנען פאַר אַן אָפענע טיר און ניט געגעבן זיך קיין ריר.

איך האָב דערהערט: מען גייט ... אין טויער? אויף די טרעפּ? אַ גנב מיאוס? צי מיאוסער אַ סך אַ דייטש? און כ́בין

אַריין אין קאָרידאָר אין לאַנגן, די טירן אַלע אין אים אָפן, אויפגעעפנט, רעכטס און לינקס, און ס́שיט

די זון פון ערגעץ־וואו, פאַרשיט דעם קאָרידאָר מיט גאַנצע גאַרבן שטראַלן אָן חשבון און אָן זין,

זי בלענדט די אויגן מיר, פאַרבלענדט מיר, אַ פאַרבלענדעניש ... אָ, מיין צעטומלעניש אויף איר און מיין געמיט!

די מאַנטעלעך - זיי האָבן אין דער לענג פון קאָרידאָר אַ שיין געטאָן! כ́האָב עטלעכע דערקענט

און אַנגערירט זיי: אַבא́לע! ער האָט געשפּילט דעם האַנדלאַרזש וואָס קומט אין גרויסן הויף,

ער האָט געהויבן הויך דעם קאָפּ, די אויגן הויך צו אַלע פענצטער, געפאָכעט מיט די הענט:

"אין זאַק אין מיינעם, יידן! די לאַטעס און די שמאַטעס און װאָס צעריסן איז און ברודיק איז - איך קויף."

דאָס פּאַלטאָ́לע איז אַהר́עקס, ער האָט געשפּילט די הויפּטראָל: דעם יינגל וועלכן ס́ציט אין גאַס,

"מיך ציט אין גאַס!" און נאַרט דעם לערער אָפּ: איך מוז אַהיים! ער נאַרט, נאַרט אָפּ דעם לערער פון געזאַנג:

"די מאַמע איז מיר קראַנק!" און רעדט אַ חבר צו: "קום, זינג אין הויפן, איך - איך קלאַפּ אין טאַץ" -

פון ערשטן הויף אַנטלויפט ער צוריק אין קלאַס און ווערט און קלאַס געוואויר: די מאַמע איז אים טאַקע קראַנק!

און דאָס! דאָס נײע מאַנטעלע איז פּנחס́לס, הערשעלעס, דעם דיכטערס זון, אַ טייער קינד!

הערשעלע איז אויסגעגאַנגען פאַראַיאָרן נאָך פון הונגער, און זיין יתומל, זיין זון

ער האָט געשפּילט דעם הונגעריקן יינגל וואָס כאַפּט געשיקט פון קויש אַ זעמעלע געשווינד

ער עסט́ס מיט בלוט וואָס רינט פון אים, רעדט מיט אַ טרערעלע אין קעל און ווייסט לגמרי נישט דערפון ...

איך גיי אַריין אין זאַל און לויף אין שרעק אַרויס, איך רייס אין עסצימער אַריין זיך און פון דאָרט

רייס איך צו דודן, דאָמבראָווסקין, זיך אַריין, צו זייער לערער... ניטאָ אים אויך! ניט אים, ניט איר!

זיי אויך... ביידע זיי װי קאָרטשאַק און ווילטשינסקאַ זענען מיטגעגאַן́ מיט די יתומימלעך אין יענעם אָרט

וואו ס́וואָלטן עלטערן זיי ניט באַגלייט... אויף דער ערד איז אויסגעשאָטן הויך אַ באַרג פּאַפּיר -

איך האָב געזוכט אין שטויס פּאַפּירן אין צעוואָרפענעם... אָ, װאַרפט אין פייער אַלע מיינע ווערק

און ראַטעוועט איין יתומל פון אָט די פופציק יינגעלעך, די טייערע, מיר אָפּ -

חנה́לע, געדענקסט, אָנשטאָט אַ יתומל, אָ יידיש קינד, האָב איך אַהיימגעבראַכט פון טוואַרדאַ גאַס אַ צווערג -

"מיך ציט איז גאַס!" איין העפט פון העפטן דריי, דעם מיטלסטן, אַ צװערג אָן פיס און אָן אַ קאָפּ.

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by
Show More Comments
Itzhak Katzenelson
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, Hebrew, English
  • Genre:Poetry
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Katzenelson
Itzhak Katzenelson
Latest update
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved