current location : Lyricf.com
/
Songs
/
י. אינעם אָנהײב פונעם סוף [j. inem onheyb funem suf] lyrics
י. אינעם אָנהײב פונעם סוף [j. inem onheyb funem suf] lyrics
turnover time:2024-11-29 17:56:31
י. אינעם אָנהײב פונעם סוף [j. inem onheyb funem suf] lyrics

אַזוי האָט זיך עס אָנגעהויבן, באַלד אין ערשטן טאָג, אויפמאָרגן ווידער ! און דער נאָך

אויפסניי! אויפסניי! ס́האָט יעדן אין דערפרי זיך אָנגעהויבן פון דאָס ניי -

נעכטן ערשט! אָ, ניט באַוויזן האָט דאָס אומגליק ווערן אַלט, היינט באַגינען - האָרך: שוין נײ אַ בראָך!

ניי אַ פּחד און אַ טויטשרעק ניי! דער טויט באַגלייט, גייט נאָך אונדז ווי אַ שאָטן טריי ...

יעדן טאָג האָט פאַר די אויגן פון אַ יעדן ייד מיט אַ ייד אַ צווייטן עפּעס־װאָס פּאַסירט,

עפּעס־װאָס... געטראָפן ווערן פון אַ קויל און פאַלן איז ניט מער פון יעדן "עפּעס־וואָס";

אַן אויטאָ האָט זיך אָפּגעשטעלט, אַ טירל האָט אַן עפן זיך געטאָן, אַריינגעכאַפּט אַ ייד און אים אַוועקגעפירט -

בעסער דעם געהרגעטן אין גאַס שוין, בעסער דעם געפאַלענעם שוין פון אַ שאָס.

כ́האָב אין די ערשטע טעג פון זייער זיך אַריינרייסן אין שטאָט שוין נישט גענעכטיקט אין מיין הויז,

איך בין אַוועק פאַרנאַכט צו אונדזערן אַ נאָנטן, מיין פרוי האָט מיך דאָס מאָל באַגלייט.

אַן אָפיצער האָט אין דער טונקל אָפּגעשטעלט זיך, אָנגעקוקט מיך... יאָ, אַ וויילע בלויז,

און איז אַוועק. צען טריט נאָך אונדז דערהערן מיר אַ שאָס, ער האָט אַן אַנדערן געטייט.

אונדז! אונדז! דאָס האָט ער אונדז געהרגעט, חנה́לע, אי מיך, אי דיך. ער האָט געזוכט אַ ייד,

ער איז מיט אונדז געווען ניט זיכער... דו האָסט געזעען ווי דער אויסוואורף האָט געקוקט?

מיר האָבן ניט פאַרשנעלערט, ניט פאַרלאַנגזאַמערט, אַ האָר ניט אונדזערע, די זיכערע, די טריט

פון לעבן צו דעם טויט... אַ ייד אַ קענטיקערער, אַ בעסערער האָט צו דער חיה אונטער זיך גערוקט.

חנה, ער האָט דאָך אונדז, אונדז אַלעמען געהרגעט דאָך אין יענעם גרוילעכן מאָמענט

אי מיך, אי דיך, די קינדער אונדזערע, דאָס גאַנצע פאָלק דאָס יידישע אין גויאישן אין לאַנד -

ער האָט פאַרמאָסטן מיט אַ בליק אַ שטאָלענעם זיך און האָט אַדורכגעפירט און האָט פאַרלענדט!

פאַרמאָסטן אין אַ גאַס זיך, אין אַן אָפּגעלעגענער פאַרנאַכט... דו דריקסט מיר קאַלט די האַנט ...

אי דיינע, חנה, און אי מיינע - קאַלט. ער האָט דאָך אונדז געהרגעט, גיי אַהיים און זאָגט די קינדער ניט

אַז אַ דייטש האָט אונדז געטראָפן, אָפּגעשטעלט זיך בלאָנד און אָנגעקוקט אונדז לאַנג -

און אונדז געהרגעט, אי אונדז, אי זיי און גאַנץ מיין פאָלק... אָ, ניט דערצייל זיי, גאָט באַהיט,

גיי אַהיים און גלייך דו ווייסט פון גאָרניט... חנה, חנה́לע, וואָס קוקסטו אַזוי באַנג?

גיי אַהײם, און מאָרגן פרי, גאַנץ פרי, עס וועט נאָר ווערן טאָג און איך בין דאָ ביי אייך,

איך וואַרט אַ ווייל און קלינג לייכט אָן, דו וועסט דערהערן אים, דערקענען אים, דעם קלונג -

גיי שטיל אַראָפּ פון בעט, וואַרף עפּעס וואָס אויף זיך אַרויף און עפן אויף מיר גלייך,

פיר צו די קינדער צו מיר... אָ, קינדער מיינע קליין, אַזוי װי לעבעדיק, און שיין אַזוי און יונג!

זע, זע, מײן יאָמעקל האָט אויפגעכאַפּט זיך מיט אַ שמייכל... יאָם, מיין טייערער, מיין קינד!

און ס́האָט בן־ציונקע די האַנט אַריינגערוקט צו קאָפּן אונטער קישן... ער געדענקט:

וואו ער האָט דאָס בוך האַרט פאַרן איינשלאָפן געלייגט, איין מיש - און ער געפינט

די זייט, די שורה ווייטער... פאַרוואָס, אָ, חנה́לע, אָ, יינגעלעך, פאַרװאָס האָט מען אייך אומגעברענגט?

חנה́לע, איך בלייב די נאַכט מיט אייך, איך וועל ניט מער אַוועקגיין פון דער היים ביינאַכט,

וואָס דאַרפן היטן זיך אַזוי שוין טויטע? פאַרמשפּטע שוין? שוין געצייכנטע צום טויט?

מיר האָבן דאָך דאָס ערגסטע דורכגעמאַכט שוין, מען האָט דאָך אונדז שוין אומגעבראַכט.

דו האָסט געזען דעם דייטש? זיין קוקן? ניט פאַרציטערן אַזוי וועט מער אויף אונדז די הויט ...

דאָס איז געווען די סטרא־אחרא, דער שר פון אונטערוועלט, אַליין די ברוד, אַליין דער שמוץ!

אַליין דער בלוטדורשט, די פאַרקערפּערונג פון שלעכטס און פון אומזיסטן האַס -

צום אומבאַהאָלפענעם איז זיין גערעכט זיין, צו אַלץ וואָס גוט איז אויף דער ערד און אָן אַ שוץ,

אַ דייטש! דער דייטש וואָס איז געבליבן שטיין און האָט קאַלט אָנגעקוקט אונדז אויף דער גדאַנסקער גאַס!

דאָס איז געוועזן היטלער, הימלער, אַלפרעד ראָזענבערג, ניין ! אַלע דייטשן מיטאַנאַנד,

דאָס גאַנצע פאָלק, דאָס שלעכטסטע, דאָס געוויסנלאָזסטע איז פאַר די אויגן אונדז געשטאַן́.

ווען איך שיס אים. חנה, ווען איך הרגע אים אין דער מינוט, ווען איך האָב וואָס דעמאָלט אין מיין האַנט -

איך וואָלט געראַטעוועט מיין פאָלק, אי זיך, אי אונדזערע די קינדער דאַן -

זיי האָבן אויפגעכאַפּט זיך... זאָג זיי גאָרניט! וואָס? וואָס טוסטו? יאָ, דו רייסט זיי יעצט אַרויס

די גלאַנציקע די קנעפּ און די בלויע שנירלעך פון דריי שילער מאַנטעלעך יעצט אָפּ!

נייסט די שאַנדבענדער פאַר ביידן אונדז און דעם עלטסטן אונדזערן... יאָ, ר́איז שוין גרויס!

ר́וואַרפט זיך, וויל́ס ניט אָנטאָן... דו יאָמעקל, מיין קליינינקער, וואָס לאָזטו, דו, אַראָפּ דעם קאָפּ?

מיין יאָמעק ווייסט ניט אַז מען האָט געהרגעט אונדז, אַז מען וועט אונדז הרגענען. אָ, וועלט!

דאָס גאַנצע דייטשע פאָלק איז דאָך ניט ווערט אַ טרער פון אַ פאַרצווייפלט יידיש קינד,

אַך, ווען ער ווייסט́ס, מיין פריילעכסטער! די פריילעכקייט! ... אַ קעלט... מיך נעמט אַדורך אַ קעלט,

װיי מיר, זעעוודיקן, וויי... און וואויל, יאָ וואויל אייך קינדער יידישע, וואָס איר זענט בלינד ...

חנה́לע, דו ביסט אַ שטאַרקע, חנה, איך האָב עס אויף אַזוי פיל ניט געוואוסט,

ווילסט זיין אַליין דאָ? מיט די קינדער דאָ ? און מיר, מיר זאָגסטו: פאָר! פאָר שנעל!

קיין וואַרשע פאָר! כ́האָב גיט געוואָלט און בין אַוועק קיין וואַרשע, כ́האָב געמוזט

די אויגן זענען מיר געוועזן ביים אַוועקפאָר טרוקן... די טרער איז מיר געשטאַנען אין מיין קעל.

מיט קנאַפּע צוויי חדשים שפּעטער האָט מען אַרויסגעשיקט אייך פון דער היים, דיך מיט די זין-

איר האָט געראַטעוועט דערנאָך צו מיר זיך אין דער װאַרשע. דו האָסט געזען מיט מיר צוזאַם

דעם אָנהייב פונעם סוף... ביים סאַמע סוף ביסטו און בנציקל און יאָמעק ניט געווען שוין... כ́בין

אַליין געבליבן, מיט מיין עלטסטן, צוגעקוקט צום סוף פון זיך, פון אונדז אַלעמען אין פייער און אין פלאַם.

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by
Show More Comments
Itzhak Katzenelson
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, Hebrew, English
  • Genre:Poetry
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Katzenelson
Itzhak Katzenelson
Latest update
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved