current location : Lyricf.com
/
Songs
/
ט. צו די הימלען [i. tsu di himlen] lyrics
ט. צו די הימלען [i. tsu di himlen] lyrics
turnover time:2024-11-29 17:40:23
ט. צו די הימלען [i. tsu di himlen] lyrics

אַזוי האָט זיך עס אָנגעהויבן, באַלד אין אָנהויב ... הימלען, זאָגט פאַרוואָס? אָ, זאָגט פאַרווען?

פאַרוואָס אָ, קומט עס אונדז אַזוי פאַרשעמט צו ווערן אויף דער גרויסער ערד?

די ערד טויב־שטום, האָט ווי פאַרמאַכט די אויגן... איר הימלען אָבער, איר האָט דאָך געזען,

איר האָט זיך צוגעקוקט פון אין דער הויך, פון אויבן, און ניט איבער זיך געקערט!

ניט פאַרוואָלקנט האָט זיך אייער ביליקע די בלוי און האָט ווי שטענדיק פאַלש געשעמערירט,

די זון אין רויטן ווי אַ תלין גרויזאַם האָט אין שטענדיקן געקוילערט זיך אין קרייז,

די לבנה, ווי אַן אַלטע הור, אָ זינדיקע, איז אין די נעכט אַרויס אויף איר שפּאַציר,

און שטערן האָבן צוגעוואונקען שמוציק, געפינקלט מיט די אויגעלעך ווי מייז.

אַוועקט! איך וויל אויף אייך ניט קוקן, איך וויל ניט זען אייך, ניט וויסן פון אייך מער!

אָ הימלען פאַלשע, אָ, גענאַרערישע, נידעריקע הימלען אין דער הויך, אַך, ווי מיר פאַרדריסט -

איך האָב אַמאָל געגלויבט אייך, פאַרטרויט מיין פרייד, מיין אומעט אייך, מיין שמייכל און מיין טרער,

איר זענט ניט בעסער פון דער מיאוסער דער ערד, דער גרויסער הויפן מיסט!

איך האָב געגלױבט אייך, הימלען, באַזונגען אייך אין מיינע לידער אַלע, אין יעדן מיין געזאַנג -

איך האָב געהאַט אייך ליב, װי ליב מען האָט אַ פרוי, זי איז אַוועק, צערונען ווי אַ שוים,

איך האָב די זון אין אייך נאָך אין מיין פריסטער יוגנט, די זון אין פלאַמען פון איר אונטערגאַנג,

פאַרגליכן מיט מיין האָפנונג: "אַזוי פאַרגייט מיין האָפנונג, אַזוי פאַרלעשט מיין טרוים!"

אַוועקט! אַװעקט! איר האָט אונדז אָפּגענאַרט, גענאַרט מיין פאָלק, גענאַרט מיין אַלטן שטאַם!

פון אייביק אָן - איר נאַרט אונדז, איר האָט די אָבות מיינע, די נביאים מיינע נאָך גענאַרט!

צו אײך, צו אײך - האָבן זיי די אויגן זייערע געהויבן, אָנגעצונדן זיך אין אײער פלאַם,

די טרייסטע אייערע אויף דר́ערד האָבן זיי אויף דר́ערד דאָ, אין בענקשאַפט אייך געגאַרט,

אייך געוואָלט... צו אייך די ערשטע אויסגערופן: האזינו! פריער איר - פאַרנעמט!

און שפּעטער ערשט די ערד. אַזױ מיין משה און אַזוי ישעיה, מיין ישעיה: שמעו – הערט!

און שומו! ירמיה שרייט: שומו! ווער זשע אויב ניט איר? וואָס האָט איר פּלוצלונג זיך אַזוי פאַרפרעמדט?

אָ, הימלען אָפענע, אָ, ליכטיקע איר הימלען, אָ, הימלען־הויך, איר זענט דאָך װי די ערד.

איר קענט ניט, איר דערקענט אונדז שוין ניט מער, פאַרוואָס? צי האָבן מיר זיך דען

אַזוי געביטן? אַזוי געענדערט זיך? מיר זענען דאָך די זעלביקע די יידן פון אַמאָל -

און בעסער נאָך אַ סך... ניט איך! ניט איך וויל צו מיינע נביאים זיך פאַרגלייכן, ניט איך קען,

נאָר די יידן אַלע, די צום טויט געפירטע, די מיליאָנען מיינע אויסגעהרגעטע דאָ מיט אַמאָל -

זיי זענען בעסער נאָך, מער אויסגעליטן, אויסגעלייטערט מער אין גלות דאָ! אָ, וואָס באַטייט

אַ ייד אַ גרויסער, אַן אַמאָליקער, אַנטקעגן קלײן אַ יעצטיקן, אַ פּשוטן, אַ דורכשניטלעכן ייד

אין פּוילן, ליטע, אין וואָלין, אין יעדן גלות, - פון יעדן יידן קלאָגט און שרייט

אַ ירמיה אַרויס, אַן איוב אין יסורים גרויס, אַ מלך אַן אַנטוישטער מיט אַ קוהלת־ליד.

איר קענט ניט, איר דערקענט אונדז שוין ניט מער, ניט קיינער, ווי מיר װאָלטן זיך פאַרשטעלט,

מיר זענען דאָך די זעלביקע די יידן פון אַמאָל, מיר זינדיקן נאָך אַלץ צו זיך אַליין,

מיר זאָגן־אָפּ זיך אַלץ נאָך פונעם אײגענעם פון גליק און װילן אַלץ נאָך ראַטעווען די וועלט- ,

וואָס זענט איר בלוי אַזוי, איר הימלען בלוי, ביי אונדזער אויסגעהרגעט ווערן? וואָס זענט איר אַזוי שיין?

איך וועל ווי שאול, ווי מיין קעניג, זיך אַוועקלאָזן אין מיינע פּיינען צו דער בעלת־אוב,

איך וועל דעם יועג געפינען, דעם פאַרצווייפלטן, דעם וועג דעם חושכדיקן קיין עין־דור,

און כ́רוף פון דער ערד אַרויס אַלע מיינע נביאים און באַשװער זיי אַלע: קוקט, אָ, קוקט אַרויף,

צו אייערע הימלען־העל און שפּייט אין פּנים זיי: צו אַלדי שוואַרצע יאָר אייך! צו אַלדי שוואַרצע יאָר!

איר האָט זיך, הימלען, צוגעקוקט פון אויבן, װי מען האָט די קינדער פון מיין פאָלק געפירט

איבער װאַסערן, אויף באַנען און צופוס, אין טעג איז העלע און אין פינצטערע אין נעכט, צום טויט,

מיליאָנען קינדער האָבן ביים דערהרגעט װערן הענט צו אייך געהויבן - ס́האָט אייך ניט גערירט,

מיליאָנען מאַמעס איידעלע און טאַטעס - ניט פאַרציטערט האָט אויף אייף די בלאָע הויט ...

איר האָט געזען די יאָמעלעך, עלפיעריקע, אַליין די פרייד! אַ פרייד, אַ גוטסקייט בלויז,

און די בנציונלעך, די יונגע גאונים, די ערנסטע, די זוכער ... אָ, טרייסט פון אַלץ װאָס לעבט!

איר האָט געזען די חנה́ס וואָס האָבן זיי געהאַט, וואָס האָבן זיי פאָר גאָט געהייליקט אין זיין הויז,

איר האָט זיך צוגעקוקט ... איר האָט קיין גאָט אין זיך ניט, הימלען! הימלען גאָרנישט, הימלען אויסגעוועבט!

איר האָט קיין גאָט אין זיך ניט! עפנט אויף די טויערן, איר הימלען, עפנט אויף זיי ברייט,

און לאָזט די קינדער אַלע פון מיין אויסגעהרגעטן, פון פאַרפּייניקטן מיין פאָלק אַריין,

עפנט־אויף זיי צו דער גרויסער הימלפאַרט, גאַנץ אַ פאָלק געקרייציקט שווער אין לייד

דאַרף אין אייך אַריין ... אָ, יעדער פון די קינדער מיינע אומגעבראַכט, קען אַ גאָט זיי זיין!

אָ, הימלען אויסגעליידיקטע און וויסטע, הימלען ווי אַ מדבר ווייט און ווײסט, איך האָב

מײן איינציקן מיין גאָט אין אייך פאַרלוירן, און זיי איז ווייניק האָבן אין אייך דריי -

דער יידישער דער גאָט, זיין גייסט און דער גליל־ייד פון זיי געהאַנגען איז זיי קנאַפּ,

זיי האָבן אַלע אונדז אין הימל אָפּגעשיקט, - אָ, עקלדיקע און געמיינע געטערדינעריי!

פרייט זיך, הימלען, פרייט זיך! - איר זענט געוועזן אָרים, יעצט זענט איר רייך,

אַ געבענטשטער אַזאַ שניט - גאַנץ, גאַנץ אַ פאָלק, אַזאַ אַ גליק איז, הימלען, אייך באַשערט!

פרייט זיך, הימלען אויבן, מיט די דייטשן, און די דייטשן אונטן זאָלן פרייען זיך מיט אייך,

און זאָל אַ פייער פון דער ערד אויף אייך אַרויסגיין און אַ פייער זאָל צעפלאַקערן פון אייך זיך אויף דער ערד.

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by
Show More Comments
Itzhak Katzenelson
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, Hebrew, English
  • Genre:Poetry
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Katzenelson
Itzhak Katzenelson
Latest update
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved