current location : Lyricf.com
/
Songs
/
פרילינג [Friling] [Transliteration]
פרילינג [Friling] [Transliteration]
turnover time:2024-10-04 21:07:08
פרילינג [Friling] [Transliteration]

איך בלאָנדזשע אין געטאָ

פֿון געסל צו געסל

און קען ניט געפֿינען קײן אָרט

ניטאָ איז מײן ליבער,

װי טראָגט מען אַריבער ?

מענטשן, אָ זאָגט כאָטש אַ װאָרט.

עס לײַכט אױף מײַן הײם איצט

דער הימל דער בלױער

װאָס זשע האָב איך איצט דערפֿון ?

איך שטײ װי אַ בעטלער

בײַ יעטװידן תורה

און בעטל אַ ביסעלע זון.

פֿרילינג, נעם צו מײַן טרױער

און ברענג מײַן ליבסטן

מײַנט טרײַען צוריק

פֿרילינג אױף דײַנע פֿליגל בלױע

אָ, נעם מײַן האַרץ מיט

און גיב עס אָף מײַן גליק.

איך גײ צו דער אַרבעט

פֿאַרבײַ אונדזער שטיבל

אין טרױער, דער טױער פֿאַרמאַכט.

רער טאָג אַ צעהעלטער

די בלומען פֿאַרװעלקטע,

זײ באַנײַנען, פֿאַר זײ איז אױקן נאַכט.

פֿאַר נאַכט אױף צוריקװעגס,

עס נױעט דער טרױער,

אָט דאָ האָסטו ליבסטער געװאַרט.

אָט דאָ אינעם שאָטן

נאָך קענטיק דײַן טראָט איז,

פֿלעגט קושן מיך ליבלעך און צאַרט

פֿרילינג, נעם צו מײַן טרױער

און ברענג מײַן ליבסטן

מײַנט טרײַען צוריק

פֿרילינג אױף דײַנע פֿליגל בלױע

אָ, נעם מײַן האַרץ מיט

און גיב עס אָף מײַן גליק.

ס’איז הי-יור דער פֿרילינג

גאָר פֿרי אָנגעקומען,

צעבליט האָט זיך בענקשאַפֿט נאָך דיר.

איך זע דיך װי איצטער

באַלאָדן מיט בלומען,

אַ פֿרײדיקער גײסטו צו מיר.

די זון האָט פֿאַרגאָסן

דעם גאָרטן מיסט שטראַלן,

צעשפראָצט האָט די ערד זיך אין גרין

מײן טרײער, מײן ליבסטער,

װוּ ביסטו פֿאַרפֿאַלן ?

דו גײסט ניט אַרױס פֿון מײַן זין.

פֿרילינג, נעם צו מײַן טרױער

און ברענג מײַן ליבסטן

מײַנט טרײַען צוריק

פֿרילינג אױף דײַנע פֿליגל בלױע

אָ, נעם מײַן האַרץ מיט

און גיב עס אָף מײַן גליק.

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by