אױף די גרינע פעלדער, װעלדער, װעי אַך װעי,
אױף די גרינע פעלדער,
ליגט מיט כּוּגעלן באַדעקט אין זעלנער, װעי אַך װעי,
ליגט מיט כּוּגעלן באַדעקט אין זעלנער, װעי.
פון זײנע אױגען טוט בלוט פליסען, װעי אַך װעי,
פון זײנע אױגען טוט בלוט פליסען,
און זײן קערפּער איז צעריסען, װעי אַך װע,
און זײן קערפּער איז צעריסע.
אױ, די װראָנע, שװארצער פױגעל, װעי אַך װעי,
אױ, די װראָנע, שװארצער פױגעל,
נא דיר די הענט און פרעס קײן אױגען, װעי אַך װעי,
נא דיר די הענט און פרעס קײן אױגען, װעי.
אױ, די װראָנע, פליה געשװינד, װעי אַך װעי,
אױ, די װראָנע, פליה געשװינד,
און גאָג דער מאמע איר קינד איז געזינד,
און זאָג דער מאמע איר קינד איז געזינד, װעי.
אױף די גרינע פעלדער, װעלדער, װעי אַך װעי,
אױף די גרינע פעלדער,
שטארבט מיט כּוּגעלן באַדעקט אין זעלנער, װעי אַך װעי,
שטארבט מיט כּוּגעלן באַדעקט אין זעלנער, װעי