current location : Lyricf.com
/
Songs
/
דער זומער אוונט [Der Zumer Ovnt] lyrics
דער זומער אוונט [Der Zumer Ovnt] lyrics
turnover time:2024-11-16 03:22:58
דער זומער אוונט [Der Zumer Ovnt] lyrics

דער זומער־אָװנט דעמערט

פֿײגל זינגען טרילילי

אַלצדינג װאָלט גוט געװעזן

װען דו װאָלסט געװעזן הי

איך זע די בענקשאַפֿט עפֿנט

די פֿענסטער פֿון יעדן הױז

און קוקט מיט געטרײַע אױגן

צו אַלע װעגן אַרױס

ציגײַנערטעס װאַרפֿן קאָרטן

און לעזן אַראָפּ פֿון דער האַנט

זי איז אַ הױכע אַ שײנע

און װױנט אין אַ פֿרעמדן לאַנד

מלכּה טרעף זי הײסט מלכּה

מלך פּיק דער סולטאַן

די מלכּה װעט קומען צו פֿאָרן

מיט דער שיף און דער באַן

איך שטײ בײַמ אָפֿענעם פֿענסטער

און פֿיבער חלום און װאַרט

די ציגײַנערטעס און די שטערן

האָבן נישט אײנמאָל מיך אָפּגענאַרט

פֿונדעסן איז גוט װאָס זײ קומען

אין זומער־פֿאַרנאַכטן צו גײן

װען ס׳לאַמען דער בענקשאַפֿט די פֿליגל

און דו ביסט אײנער אַלײן

די ציגײַנערטעס און די שטערן

האָבן נישט אײנמאָל מיך אָפּגענאַרט

פֿונדעסן שטײ איך בײַם פֿענסטער

מיט גלױביקע אױגן און װאַרט

דער זומער־אָװנט דעמערט

פֿײגל צװיטשערן טרילילי

אַלצדינג װאָלט גוט געװעזן

װען דו װאָלסט געװעזן הי

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by