current location : Lyricf.com
/
Songs
/
דער אינטערנאַציאָנאַל [Der international] [Transliteration]
דער אינטערנאַציאָנאַל [Der international] [Transliteration]
turnover time:2024-09-13 06:33:53
דער אינטערנאַציאָנאַל [Der international] [Transliteration]

שטײט אױף, איר אַלע, װער ווי שקלאַפֿן,

אין הונגער לעבן מוז, אין נױט!

דער גײַסט - ער קאָכט, ער רופֿט צו װאָפֿן

אין שלאַכט אונדז פֿירן איז ער גרײט.

די װעלט פֿון גװאַלדטאַטן און לײדן

צעשטערן װעלן מיר און דאַן

פֿון פֿרײַהײט, גלײַכהײט אַ גַן־עֵדֶן

באַשאַפֿן װעט דער אַרבעטסמאַן

דאָס װעט זײַן שױן דער לעצטער

און ענטשידענער שטרײַט!

מיט דעם אינטערנאַציאָנאַל

שטײט אױף, איר אַרבעטסלײַט!

ניין, קיינער וועט אונדז ניט באַפֿרײַען:

ניט גאָט אליין און ניט קיין העלד-

מיט אונדזער אייגענעם כּלֵי־זַיִן

דערלייזונג ברענגען מיר דער וועלט.

אַראָפ דעם יאָך! גענוג געליטן,

גענוג פֿאַרגאָסן בלוט און שווייס!

צעבלאָזט דעם פֿײַער, לאָמיר שמידן

כּל־זמאַן דאָס אײַזן איז נאָך הייס!

דער ארבעטסמאַן וועט זײַן מֶמשָלָה

פֿערשפרייטן אויף דער גאַנצער ערד,

און פאַראַזיטן די מַפָּלָה

באַקומען וועלן פֿון זײַן שווערד

די גרויסע שטורעם־טעג זיי וועלן

נאָר פֿאַר טיראַנען שרעקלעך זײַן;

זיי קאָנען אָבער ניט פֿאַרשטעלן

פֿון אונדז די העלע זונען־שײַן.

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by