current location : Lyricf.com
/
Songs
/
חנהלע לערנט לשון קודש [Chana'le leyent loshn koydesh] lyrics
חנהלע לערנט לשון קודש [Chana'le leyent loshn koydesh] lyrics
turnover time:2024-11-16 02:49:24
חנהלע לערנט לשון קודש [Chana'le leyent loshn koydesh] lyrics

בין איך מיר אַ לערערל,

קנעל איך לשון-קודש;

קומט צו מיר אַ חנהלע

לערנען אויפֿן חודש.

ווי די זון נעמט אונטערגיין,

קומט זי שוין צעלויפֿן;

טײַטש איך לשון-קודש איר

אויפֿן נײַעם אופֿן.

"ראש" פֿאַרטײַטש איך חנהלען

גלעטענדיק איר קעפּל;

פֿרעגט זי וואָס "תפּוח" איז,

גיב איך איר אַן עפּל.

הייב איך אָן מיט חנהלען

שיר-השירים זאָגן,

הייבן אונדז די הערצער אָן

האַסטיקער צו שלאָגן.

קומט זי אין פֿרימאָרגן,

זאָגט זי צו מיר שלום!

און אַז זי גייט אַוועק –

בלייַב איך ווי אין חלום.

עס גייט אַוועק אַ וואָך –

עס גייט אַוועק אַ חודש –

און די שיינע חנהלע

קען שוין לשון-קודש.

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by