current location : Lyricf.com
/
Songs
/
ב. איך שפּיל [b. ikh shpil] lyrics
ב. איך שפּיל [b. ikh shpil] lyrics
turnover time:2024-12-29 06:54:56
ב. איך שפּיל [b. ikh shpil] lyrics

איך שפּיל. איך האָב געזעצט זיך נידעריק אויף דר́ערד

און האָב געשפּילט און אומעטיק געזונגען: אָ, מיין פאָלק!

מיליאָנען יידן זענען אַרום מיר געשטאַנען און געהערט,

מיליאָנען אויסגעהרגעטע זען́ געשטאַנען, זיך צוגעהערט - אַ גרויס געפאָלג!

אַ גרויס געפאָלג, אַ מחנה גרויס, אַך גרויס! יחזקאלס טאָל

מיט ביינער פול וואָלט אין אַ ווינקל דאָ באַהאַלטן זיך געקענט -

און ער אַליין, יחזקאל, ער וואָלט ניט האָפערדיק אַזוי, ניט גלויביק ווי אַמאָל

צו אויסגעהרגעטע גערעדט, ער וואָלט ווי איך פאַרבראָכן מיט די הענט.

ווי איך, ווי איך פאַרוואָרפן אומבאַהאָלפן שווער דעם קאָפּ,

און אָנגעקוקט פאַרשטערט דעם הימל־גרוי און ווייט און וויסט אַרום,

און װידער שווער אַראָפּגעלאָזן אים, אַראָפּ, אַראָפּ, אַראָפּ,

אַ שטיין פאַרשטיינערט צו דער ערד געבויגן טיף און שטום.

יחזקאל ! ייד, דו ייד אין בבל־טאָל, דו האָסט געזען

די אויסגעטריקנטע די ביינער פון דיין פאָלק, און האָסט -

פאַרלאָרן זיך, יחזקאל... און אַ צעמישטער ווי אַ מאַנעקען

פון אײבערשטן פון דיינעם אין טאָל אין יענעם פירן זיך געלאָזט.

און געלאָזט זיך פרעגן: התחײנה? זאָג, צי וועלן נאָך

אויפלעבן די ביינער, אָ? דו ווייסט ניט יאָ צי ניין -

טאָ וואָס זאָל איך, אָ, וואָס זאָל איך שוין זאָגן? וויי, אַ בראָך!

עס איז פון אויסגעהרגעטן פון פאָלק פון מיינעם ניט געבליבן קיין געביין!

ניטאָ אויף וואָס אַ לייב אַרויפצוזעצן און אויף וואָס אַ הויט

אַרױפצוציען און אין וואָס אַריינבלאָזן אַ גייסט -

זע, זע, אַ פאָלק אַן אויסגעהרגעטער דאָ גאַנץ, אַ פאָלק געטויט

קוקט אָן אונדז שטאַר, קוקט אָן מיט אויגן אונדז פאַרגלייזט.

זע, זע - מיליאָנען קעפּ און הענט צו אונדז געוואָנדן - צייל!

און פּנימער און ליפּן זע - איז אַ געבעט אויף זיי פאַרשטאַרט צי אַ געשריי?

גיי צו און ריר זיי אָן... ניטאָ וואָס אָנצורירן - הייל!

כ́האָב אויסגעטראַכט אַ יידיש פאָלק! כ́האָב אויסגעטראַכט דאָך זיי!

ניטאָ זיי! און זיי וועלן דאָ אויף דר́ערד שוין מער ניט זיין!

איך האָב זיי אויסגעטראַכט, יאָ, אַזוי זיץ איך און איך טראַכט זיי אויס -

נאָר אמת זענען זייערע עינויים וואָס דו זעסט, די פּיין, די פּיין

פון זייער אויסגעהרגעט ווערן איז דאָך וואָר און גרויס...

זע, זע, זיי שטייען אַלע אַרום מיר און ווייט און לאַנג,

און אַלע זיי - אַ שוידער גייט אַדורך מיר, דורך מיין לייב -

זיי קוקן מיט בן־ציונקעס, מיט יאָמעקס אויגן באַנג,

זיי קוקן אַלע מיט די אומעטיקע אויגן פון מיין װײב.

מיט מיין ברודער בערלס גרויסע, בלאָע אויגן - יאָ!

װי קומט צו זיי זיין בליק? אָט איז ער! ער אַליין!

ער זוכט די קינדער זיינע און ער ווייסט ניט אַז זיי זענען דאָ,

צווישן די מיליאָנען דאָ... איך זאָג עס אים ניט, ניין ...

מיין חנה́ן האָט מען צוגענומען, אינאיינעם מיט אונדזערע צוויי זין!

מיין חנה ווײסט, מיט איר צוזאַמען האָט מען זיי פאַרשלעפּט -

זי ווייסט נאָר ניט וואו צבי איז? זי װייסט פון מיר ניט וואו איך בין,

זי ווייסט ניט פון מיין אומגליק, זי ווייסט ניט אַז איך לעב ...

זי הויבט צו מיר די אויגן אירע, ווי ס́הויבט די אויגן שטום

צו מיר דאָס פאָלק דאָס גאַנצע, און ווי זי וואָלט מיך ניט געזען -

קום, שווייגנדיקע און אַזוי פיל זאָגנדיקע, קום, חנה, קום.

קוק איין זיך, הער זיך צו צום קול צו מיינעם און דערקען!

הער, בנציקל מיין יונגינקער, מיין גאון, דו פאַרשטייסט

אַן איכה־ליד אַ לעצטס פון לעצטן, לעצטן ייד -

און דו, מיין יאָמעלע, מיין ליכטיקער, מיין טרייסט,

וואו איז דיין שמייכל, יאָם? אָ, שמייכל, שמייכל ניט ...

איך שרעק פאַר אים זיך, יאָמעלע, אַזוי ווי מען באַדאַרף

פאַר מיינס אַ שמייכל שרעקן זיך... הער צו זיך צום געזאַנג -

איך האָב מיין האַנט װי אַ האַרץ געװאָרפן אויף מיין האַרף,

און זאָל אונדז וויי טאָן מערער נאָך! ... אי וויי, אי באַנג! ...

יחזקאלן, אים, ניין, ירמיהון... אים אויך, איך דאַרף אים ניט!

איך האָב גערופן זיי: אָ העלפט מיר, העלפט אַרויס !

נאָר כ́וועל אויף זיי ניט וואַרטן מיט מיין לעצטן ליד -

זיי מיט נביאות און איך אין ווייטיקן אין מיינע גרויס.

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by
Show More Comments
Itzhak Katzenelson
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, Hebrew, English
  • Genre:Poetry
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Katzenelson
Itzhak Katzenelson
Latest update
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved