current location : Lyricf.com
/
Songs
/
אַ בריװעלע דער מאַמען [A brivele der mamen] lyrics
אַ בריװעלע דער מאַמען [A brivele der mamen] lyrics
turnover time:2024-09-28 20:11:56
אַ בריװעלע דער מאַמען [A brivele der mamen] lyrics

מײַן קינד מײַן טרייסט, דו פֿאָרסט אַוועק -

זע, זײַ אַ זון אַ גוטער!

דיך בעט מיט טרערן און מיט שרעק,

דײַן טרײַע ליבע מוטער.

דו פֿאָרסט מײַן קינד,

מײַן איינציק קינד, אַריבער ווײַטע ימען.

אַך קום אַהין נאָר פֿריש געזונט,

און ניט פֿאַרגעס דײַן מאַמען!

יאָ , פֿאָר געזונט און קום מיט גליק.

זע יעדע וואָך אַ בריוועל שיק.

דײַן מאַמעס האַרץ, מײַן קינד דערקוויק.

אַ בריוועלע דער מאַמען, זאָלסטו ניט פֿאַרזאַמען.

שרײַב געשווינד, ליבעס קינד,

שענק איר די נחמה.

די מאַמע וועט דײַן בריוועלע לעזען,

און זי וועט גענעזן -

היילסט איר שמערץ, איר ביטער האַרץ,

דערקוויקסט איר די נשמה.

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by