.1
עלענד ֿפון אַלע בױמער װײט
אױף אַ בערגעלע גאַנץ קלײן,
װאַקסט נאָך אַ יונג בױמעלע
אין װילדען װאַלד אַלײן!
.2
די זון ברענט דעם שטאַרק אין קעפּעלע,
דער רעגען װאַשט דאָס אָפּ,
און די טראָפּענס ֿפון די בלעטעלאַך
רינען װי טרעהרען אַראָפּ.
.3
קײן שאָטען שיצט דאָס ניט אַרום,
עס פּאַטשט איהם ֿפרײ דער װינד!...
צו דעם איך, עלענד יתומה́לע,
בין איך געגליכען אַצינד....
.4
דער טאַטע אין ניטאָ, קײן מאַמע האָב איך ניט...
אַ שטיף־מוטער ֿפאַר איהר,
זי קװעקט מיך, אױ! און קײן שום מענש
נעהמט זיך ניט אָן ֿפאַר מיר.