current location : Lyricf.com
/
Songs
/
Ahavas Yisroel lyrics
Ahavas Yisroel lyrics
turnover time:2024-07-03 19:54:50
Ahavas Yisroel lyrics

דער מגיד'ל פון קאז'ניץ האט אמאל געזאנט

ווען ליבשאפט פאר א יודעל מען פארמאגט

ווען איינער האלט דעם צווייטען'ס האנט

ווערט א קייטל איינגעשפאנט

ביז'ן הימל אונזער ליבשאפט עס דערטראגט

דער הייליגער בעש"ט זאגט צו זיין חסיד הער

ליב האבן א איד נישט קוקן ווער

ווי אזוי ער גייט, ויי אזוי ער איז

ליב האבן א איד מ'מוז

וויל ברענגען די גאולה קען נאר דער

ליב האבן א איד אין יעדן מצב

דער ראש הקהל, מוהל, צו דער קצב

וועט דער טאטע געבן פאר אונז קינדער

זיין וואונדער

באזונדער

פאר יעדן האנט ביי האנט

געזונט, פרנסה, נחת אן א צאל

ווען ס'איז נאר דא אהבת ישראל

און מיט ליבשאפט וועט מען אונז באלוינען

באקרוינען

צו וואוינען

צוריק אין אונזער לאנד

ר' איציק'ל פון ווארקא זאגט אונז אין א שמועס

ווען צוקער ווערט צולאזט דאן ווערט עס זיס

אזוי א איד די זעלבע זאך

מבטל זיין פאר א יעדן גלייך

מתיקות מיט אהבה זיך צוגיס

דער רבי פון לובלין זאגט אז דער תנא אלוקי

די סודות פון ר' שמעון בר יוחאי

איז אלץ נאר ווייל די גרויסע לייט

צו יעדן ביטול נאר געהאט

דערפאר אזוי געשטיגן האבן זיי

ליב האבן א איד אין יעדן מצב

דער ראש הקהל, מוהל, צו דער קצב

וועט דער טאטע געבן פאר אונז קינדער

זיין וואונדער

באזונדער

פאר יעדן האנט ביי האנט

געזונט, פרנסה, נחת אן א צאל

א ביסאלע אהבת ישראל

און מיט ליבשאפט וועט מען אונז באלוינען

באקרוינען

צו וואוינען

צוריק אין אונזער לאנד

געזונט, פרנסה, נחת אן א צאל-

ווען ס'איז דא אהבת ישראל

און מיט ליבשאפט וועט מען אונז באלוינען

באקרוינען

צו וואוינען

צוריק אין אונזער לאנד

אין אונזער הייליג לאנד-

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by
Show More Comments
Shmueli Ungar
  • country:United States
  • Languages:Hebrew, Yiddish, Aramaic (Syriac Classical)
  • Genre:Religious
  • Official site:https://twitter.com/ShmueliUngar
Shmueli Ungar
Latest update
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved