current location : Lyricf.com
/
Songs
/
ג. אָ, װײטיקן איר מײנע! [c. o, veytikn ir meyne!] [German translation]
ג. אָ, װײטיקן איר מײנע! [c. o, veytikn ir meyne!] [German translation]
turnover time:2024-12-28 15:37:08
ג. אָ, װײטיקן איר מײנע! [c. o, veytikn ir meyne!] [German translation]

װײטיקן! אָ, ווייטיקן איר מיינע ... וואויל, יידן אייך, אָ וואױל אייך, וואויל!

וואויל אייך עלנטע, אייך איבערבלייבעכצן אויף יענע זייטן ים,

וואָס איר ווייסט עס ניט, אַך, ווען עס עפענען מיינע ווייטיקן אַ מויל

זיי וואָלטן אייך דאָס לעבן אייערס, אייך די וועלט פאַרפינצטערט און פאַר́סמ́ט.

װייטיקן, איר וואַקסט דאָך אַזוי גרויס אין מיר, איר וואַקסט און שטייגט -

וואָס עקבערט איר? צי רייסט איר עס אין מיר אַריין זיך, צי רייסט איר זיך אַרױס?

ניט רייסט אַרויס זיך, ווייטיקן! וואַקסט, וואַקסט אין מיר און שווייגט,

שווייגט, ווייל איר טוט מיר וויי אַזוי, אָ, ווייטיקן איר מיינע, ווייל איר זענט גרויס!

ווייל איר גראָבט אין מיר און עקבערט אין מיר בלינד מיט אויגן צו

און מיט מיילער אָפן ווי ווערים אין אַ קבר טיף ... אָ ווייטיקן, אָ שמאַרץ!

טאָ שווייגט אין מיר, מיט מיינע אַלע די געהרגעטע, ליגט, ליגט אין אייער רו!

ליגט, ווייטיקן, אין מיר, ווי װערים אינעם כריין, אין אויפגעגעסענעם אין האַרץ.

אני הגבר, איך בין דער מאַן, וואָס האָט זיך צוגעקוקט, וואָס האָט געזען

ווי מען האָט די קינדער מיינע, מיינע פרויען, מיינע יונגע און מיינע אַלטע לייט

אין וועגענער געוואָרפן, ווי שטיינער זיי אַריינגעשליידערט דאָרט, ווי שפּען,

און געשלאָגן זיי גאָר אָן רחמנות און גערעדט צו זיי פאַרשייט.

איך האָב פון פענצטער שויב אַרויסגעקוקט, געזען די שלעגער - גאָט!

איך האָב באַטראַכט די שלעגער און די געשלאָגענע באַטראַכט -

און האָב פאַרבראָכן מיט די הענט פאַר שאַנד... אָ, שאַנד און שפּאָט,

מען האָט די יידן, אַך, מיט יידן - מיינע יידן אומגעבראַכט!

משומדים און ערב־משומדים מיט די שטיוול גלאַנציק אויף די פיס,

און אין די היטלען מיטן מגן־דוד ווי אַ האַקנקרייץ זיי אויף די קעפּ,

און מיט אַ שפּראַך אַ פרעמדע און פאַרגרייזט אין מויל און גראָב און מיאוס.

האָבן זיי פון װאוינונגען געשלעפּט אונדז, געשליידערט פון די טרעפּ.

זיי האָבן טירן אויפגעריסן און אַריינגעריסן זיך מיט גװאַלד, מיט גװאַלד

אין הייזער יידישע, פאַרמאַכטע, מיט העלצער, אויפגעהויבן אין די הענט -

אויפגעזוכט אונדז און געשלאָגן און צו די וועגענער געטריבן יונג און אַלט,

אין גאַס אַריין! געשפּיגן גאָט אין פּנים, דאָס ליכט פון טאָג געשענדט.

זיי האָבן אונדז אַרויסגעשלעפּט פון אונטער בעט, פון שאַנק אונדז און געפלוכט:

"דער וואָגן וואַרט! צו אַלדי שװאַרצע יאָר, צום אומשלאַק אייך, צום טויט!"

זיי האָבן אַלע אונדז פון שטוב אַרויסגעשלעפּט און אַלץ נאָך דאָרט אַרומגעזוכט -

דאָס לעצטע קלייד פון שאַנק, דאָס לעצטע ביסל קאַשע, דעם לעצטן פּענעץ ברויט.

און אויפן גאַס - מען קען משוגע ווערן! אויפן גאַס - קוק צו זיך און ווער דול!

די גאַס איז אויסגעשטאָרבן און אין איין גרויס געפּילדער, איין געשריי -

די גאַס - װײט, ווייט אַרויף און ווייט אַראָפּ איז ליידיק און - די גאַס איז פול,

וועגענער מיט יידן! קוק אויף די וועגענער - אויף וועגענער איז אָך און וויי, איז

וועגענער מיט יידן! מען פאַרברעכט די הענט, מען רייסט פון זיך די האָר -

און מאַנכע שווייגן - די שװײגנדיקע, אָך! זיי שרייען העכער נאָך!

זיי קוקן צו זיך ... ס́בלויזע קוקן זײערס ... איז́ס אַ חלום שלעכט? צי איז עס וואָר?

און באַשטיוולטע, באַהיטלטע פּאָליציע יידישע אַרום די וועגן - װײ, אַ בראָך!

דער דייטש שטייט אין אַ זייט און ווי ער װאָלט קוים־קוים צו זיך געלאַכט -

דער דייטש שטייט פון דער ווייטנס, דער דייטש - ער מישט זיך נישט אַריין,

וויי מיר, װי מיר, דער דייטש! ער האָט מיט יידן - מיינע יידן אומגעבראַכט !

קוק אָן די וועגענער! קוק אָן די שאַנד, קוק אָן, קוק אָן די פּיין!

איך האָב געזען די וועגענער די פולע אין מיין פענצטער ... כ́האָב געהערט

די ווייגעשרייען ביז צום הימל און די קרעכצן שטיל און שטומערהייט -

אָ, װעגענער פון פּיין באַלאָדן לעבעדיק און צו דעם טויט געפירט! די פערד

זיי זען́ געגאַנגען, און די רעדער אויך, זיי האָבן זיך געדרייט...

אָ, נאַרישע איר פערד, װאָס לאָזט איר הענגען טרויעריק די קעפּ?

וואָס דרייט איר אומעטיק זיך רעדער? צי ווייסט איר וואו אַהין

איר פאָרט און וואו אַהין איר פירט אַוועק זיי? װאו אַהין איר שלעפּט

די איידעלע, די טעכטער פון מיין פאָלק, מיינע די געראָטענע די זין?

אַך ווען איר ווייסט - איר וואָלט צעהירזשעט ווילד זיך, זיך געשטעלט

אויף די הינטערשטע די פיס און די פיס די פאָדערשטע ווי הענט

ווי מענטשלעכע פאַרבראָכן אין פאַרצווייפלונג פאַר דער גאַנצער וועלט,

און די רעדער, רונדיקע - זיי וואָלטן דרייען זיך ניט מער געקענט...

זיי ווייסן ניט און פאָרן, זיי פאַרקירעװען פון נאָוואָליפּקי, זעט

אויף זאַמענהאָף, דער וועג צום אומשלאַק אָפּגעצוימט, דאָרט וואַרט

אַ צוג, וואַגאָנען װאַרטן, ליידיקע, זיי פירן אַלע אונדז אַוועק, העט, העט -

און קומען מאָרגן ליידיקע אָן ווידער... אָ, שרעק אין מיר פאַרשטאַרט!

Comments
Welcome to Lyricf comments! Please keep conversations courteous and on-topic. To fosterproductive and respectful conversations, you may see comments from our Community Managers.
Sign up to post
Sort by
Show More Comments
Itzhak Katzenelson
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, Hebrew, English
  • Genre:Poetry
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Katzenelson
Itzhak Katzenelson
Latest update
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved